דו ביסט איצטנס בײַ דעם גרעסטן ייִדיש לאַװקראַפֿט־אוצר אין דער גאָרער װעלט.🙂
האַװערד פֿיליפּס לאַװקראַפֿט האָט אָנגעשריבן שױדער־מעשׂיות פֿון פֿאַנטאַזיע־פֿאַקטאַזיע, װאָס װיקלען זײַן פֿילאָסאָפֿיע „קאָזמיציזם“: דער מענטש איז אַלײן און גאָרנישטיק אין אַ װעלטאַל לײדיק פֿון געטער און פֿון באַטײַט. די װיכטיקסטע עמאָציע אין דער מענטשן־נשמה איז אימה, און באַזונדערש אימה פֿון דעם מענטשנס אײגענעם נישטיקײט.
מיר געפֿעלן ס׳מערסטן זײַנע חלום־געשיכטען (פֿאַרבינדונגען אױבן). געפֿעלט מיר װײניקער „דער רוף פֿון כטולהון“ און אַנדערע פֿונעם באַקאַנטסטן סאָרט לאַװקראַפֿט־מעשׂה, װאָס פֿאַרנעמען זיך מיט זיך צעפֿאַלנדיקע נײַ־ענגלאַנדער משפּחות און פּײזאַזשן. אָבער ס׳האָבן גאָר משפּיע געװען אױף מיר זײַנע אידעעס און זײַן אױסגעמאָלטן װעלטאַל, װאָס איך האָב זיך צום ערשטנס דערװוּסט װעגן אים דורכן בוך „אָפּגעטער און האַלבגעטער“ פֿון דער שפּיל „קאַרצערס און קאַרליקס“. דער זעלבער װעג צו לאַװקראַפֿטן באַריכטעװע ן אַ סך אַנדערע ליבהאָבערס פֿון זײַנע װערק.
לאַװקראַפֿטס ביאָגראַפֿיע פּאַסט גוט פֿאַר אײנער פֿון די פּאַרשױנען אין זײַנע מעשׂיות. געבױרן 1890 אין פּראָװידנענס, ראָד אײַלענד, צו אַן אַלטער נײַ־ענגלאַנדער משפּחה , האָט ער זי קינדװײַז געזען אַראָפּקומען פֿון איר גדולה. דער פֿאָטער איז איבערגעגעבן געװאָרן אין אַ פּסיכיאַטרישן שפּיטאָל און דערנאָך אױך די מוטער; די בײדע זײַנען ניפֿטר געװאָרן יונג. האַװערדן האָבן זײַן צװײ מומעס אױפֿגעהאָדעװעט. זײַן זײדע אױף דער מאַמעס צד, װאָס איז געװען עפּעס אַ רײכער, האָט געמאַכט פּליטה און באַלד דערנאָך געשטאָרבן. דערנאָכדעם האָט לאַװקראַפֿט געליטן פֿון דלות זײַן גאַנץ לעבן. צוריקגעהאַלטן פֿון שול אַ כערליאַק, האָט ער אַנטדעקט אַלײן די פּלאָים פֿון אַסטראָנאָמיע און אַנדערע װיסנשאַפֿטן און האָט אַ נישט־דערװאַקסענער שױן אָנגעהױבן אָנשרײַבן פֿיקציע און װיסנשאַפֿט.
איך האַלט לאַװקראַפֿטן פֿאַר אַ פֿריִען אינטערנעץ־אײַנװױנער. רק אַ חלוש און אַ מרה־שחורהדיקער, פֿאַרבאָרגן אין זײַן בױדעם־צימער אין װאָס אַ מאָל דלותדיקערע הײַזער, האָט ער זיך פֿונדעסטװעגן שטענדיק פֿאַרבונדן מיט פֿרײַנד און מיטאַרבעטערס דורכױס די פֿאַראײניקטע שטאַטן, דורכן פּאָסט און צומאָליקע נסיעות. זײ האָבן צוזאַמען אַרױסגעגעבן אַמאַטאָרן־זשורנאַנן, קאָמענטירט אױף שװאַרצשריפֿטן, און געדינט װי מורי־דרך פֿאַר נײַע שרײַבערס. לאַװקראַפֿט האָט געשריבן זײַנע חבֿרים צענדליקער טױזנט בריװ, אַ סך פֿון זײ גאָר לאַנגע. פֿאַר זײַן פּרנסה, האָט לאַװקראַפֿט פּובליקירט מעשׂיות אין שמאַטע־זשורנאַלן פֿאַר אַ נישטיק געצאָלט.
אין אַדורכלײענען זײַנע װערק, זעט מען תּיכּף אַז זײ זײַנען אַדורכגעדרונגען מיט מיגל. מיט װידערגעפֿיל פֿונעם נישטיקן אָרט פֿונעם מענטשן אינעם װעלטאַל, אַװדאי, אָבער אױך פֿון שװאַרצע און פֿון אימיגראַנטן: ייִדן, איטאַליענער, אאַ״װ. ער האָט זײ באַנעומען װי אַ האָרדע טונקעלע מישלינגען װאָס שװיבלט און גריבלט אין די גאַסן. ער איז נישט געװען קײן אידיאָלאָגישער ראַסיסט אָדער פּאַרטײ־מיטגלידער, און זײַן פּאָליטיק האָט אַדורכגעגאַנגען די גאַמע נישט־עקסטע שטעלונגען—צום סוף פֿון זײַן קורץ לעבן, צו אונטערשטיץ פֿונעם „ניו דיל“. זײַן ראַסיזם איז בלױז געװען דער ראַסיזם פֿון מיגל.
און אין מיטן אַלץ דעם, האָט ער חתונה געהאַט—מיט אַ ייִדענע! סאָניע גרין איז געבױרן געװאָרן אין אוקראַיִנע, און מע קען אָננעמען אַז זי האָט גערעדט מאַמע־לשון. װען זי האָט געטראָפֿן לאַװקראַפֿטן, איז זי שױן געװאָרן אַן אַלמנה (פֿון אַ ייִדן אַ װײַבשלעגער װאָס האָט זיך מאַבד־עצמו־לדעת געװען); און האָט זיך פֿאַרדינט אױף אַ מיטלשטאַנדישן ניװאָ—זעלטן פֿאַר אַ פֿרױ אין יענע טעג—װי אַ קױפֿערין פֿאַר אַ כּל־בו־געשעפֿט. גרין האָט געזאָגט אַז לאַװקראַפֿט איז געװען אַ „פֿאַסיק אױסגעצײכנט געליבטער“—אַחוץ זײער קורצער באַציִונג, האָט לאַװקראַפֿט קײן מאָל נישט געהאַט קײן אַנדערע מחזקות מיט פֿרױען.
אָבער װי אַזױ קען דאָס זײַן? װי האָט דער פֿאַר־דער־צײַטער אינטערנעץ־טראָל מיט אַ מיגל אױף אימיגראַנטן חתונה געהאַט מיט אַ פֿעיִקער, געניטער, האָפֿערדיקער ייִדינע? דער ענטפֿער איז פּשוט: זי איז געװען אַ ליבהאָבער פֿון שױדר־ליטעראַטור און פֿאַנטאַזיע, האָט אָנגעשריבן מעשׂיות, און איז געװען אַקטיװ אין דער ליבהאָבער־קהילה. זי האָט אַפּילו אוטנערגעשטיצט אַמאַטאָר־מאַגאַזינען מיט איר אײגן געלט. און דורך דער אָ סבֿיבֿה און אַ לאַנגן בריװאױסבײַט, האָבן זײ זיך פֿאַרליבט.
נאָך דער חתונה האָט זי (אַ גוט ייִדיש װײַב) אים צוגעשטאַנען געפֿינען אַרבעט און זיך מפֿרנס זײַן, אָבער, אַחוץ אַ קורצן פּרוּװ אין רעדאַקטערײַ, איז ער געבליבן אַ נעבעכדיקער אַ לא־יוצלח און אַרבעטסלאָז, און גרין איז אַװעקגעפֿאָרן אַרבעטן װי אַ װאָיאַזשאָר־קױפֿערין, אים שיקנדיק געלט יעדע װאָך. נאָך צװײ יאָר זײַנען זײ זיך צעגאַנגען.
אָבער גענוג װעגן לאַװקרפֿטן. טאָ גײט לײענען די מעשׂיות געזונטערהײט. די פֿאַרבינדונגען באַװײַזן זיך אין אױבן. אָדער בעסער געזאָגט: טאָ גײט לײענען די מעשׂיות מיט שרעק און פּחד פֿאַר אײַער נישטיקן פֿאַרנעם אינעם װעלטאַל.
שטיקלעך אױף דער אָ װאַבזײַט:
- אַן אױסקלײַב פֿון „דאָס חלום־זוכעניש פֿון אומבאַקאַנט קָדָת“
- „ די קעץ פֿון אולתּאַר “: אַ קורצע מעשׂה פֿון דער חלום־װעלט
- אַ לאַװקראַפֿטישער װערטער־אוצר
- „ װי מען רעגולירט אַרױסגאַנג לױט ראַיאָן: כטולהון אַרט עס נישט “
- „טשו־בו און שעמיש“ , פֿון לאָרד דאַנסאַנין, דער װיכטיקסער משפּיע אױף לאַװקראַפֿטן (כאָטש די אָ מעשׂה איז נישט אינעם שטײגער װאָס לאַװקראַפֿט האָט אָנגענומען).
- „ דעם פֿראָסט־ריז' טאָכטער “, אַ מעשׂה מכּוח כּונן דעם באַרבאַר, פֿון ראָבערט ע. האַװערדן, װאָס איז געװען לאַװקראַפֿטס אַ פֿרײַנד אינעם שרײַבער־קרײַז. מע דערקענט די השפּעה אײנער אױפֿן אַנדערן.
- און אָט דאָס אָ זײַטל, אַ ביאָגראַפֿיש תּמצית, מיט אַ ביסל מכּוח דער באַציִונג צום ייִדישקײט פֿונעם זשעניאַלן מרה־שחורהדיקן אַנטיסעמיט.